Skip to main content
Press Release

די פאראייניגטע שטאטן גייט אריין אין אן אפמאך-מעמאראנדום מיט דער ניו יארק סטעיט אפיס פון געריכט אדמיניסטראציע צו פארזיכערן צוטריט צו ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט פאר באטייליגערס מיט באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש

For Immediate Release
U.S. Attorney's Office, Southern District of New York

Damian Williams, דער US אדוואקאט פאר דער דרום דיסטריקט פון ניו יארק, און Kristen Clarke, די אסיסטענט גענעראל פראקוראר פון דער יוסטיץ דעפארטמענט'ס בירגעררעכט דיוויזיע, האבן היינט געמאלדן אז די US האט זיך ארייגעלאזט אין אן אפמאך-מעמאראנדום ("MOU") מיט דער ניו יארק סטעיט פאראייניגטע געריכט סיסטעם, אפיס פון געריכט אדמיניסטראציע ("OCA"), צו לייזן דער איבערקוק פון דער ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכטס אויספאלג פון טיטל VI פון דער בירגערגעריכט אקט פון 1964, וואס פארבאט דיסקרימינאציע אויפן גרונט פון ראסע, פארב, און נאציאנאלע אפשטאם קעגן באקומערס פון פעדעראלע פינאנציעלע הילף.  פארבאטענע דיסקרימינאציע קען כולל זיין פארפעלן צו צושטעלן באדײטפולע שפראך צוטריט. 

  US אדוואקאטDamian Williams   האט געזאגט: "מיטגלידער פון דער קאמיוניטי זאלן נישט ווערן אפגעזאגט באדײטפולע צוטריט צום געריכט פראצעס און פראגראמען וואס באטן אָן אלטערנאטיווען צו טרעדיציאנעלע אורטייל צוליב זייער באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש.  מיר דאנקען דעם ראקלענד קאונטי דיסטריקט אדוואקאטס אפיס און OCA פאר מיטארבעטן מיט אונדז צו פארזיכערן אז די ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט איז גרייט פאר אלע בארעכטיגטע באטייליגערס, און מיר האפן אז דער אפמאך-מעמאראנדום וועט דינען אלץ א מאדעל פאר אלע געריכטן אין דעם דיסטריקט צו פארזיכערן באדײטפולע צוטריט צו מענטשן מיט באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש, אין צושטימונג מיט טיטל VI."

אסיסטענט גענעראל פראקוראר Kristen Clarke האט געזאגט: "פארזיכערן גלייכע יוסטיץ לויטן געזעץ מיינט דאס צו טאן אויף א יושרדיגן אופן, גענױ, און פארשטענדליך פאר אלעמען, אבער דאס געשעט נישט נאר אז מענטשן וואס געפונען זיך אין דער געריכט פראצעס קענען קאמוניקירן איינער מיטן אנדערן.  מענטשן זאלן נישט געשטראפט ווערן צוליב זייער באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש און זאלן באקומען די שפראך הילף סערוויסעס וואס זיי נייטיגן זיך, צו קענען זיך באטייליגן יושרדיג אין געריכט פראצעדורן און געריכט באפוילענע טרענירונג אדער היילונג פראגראמען.  דער הסכם שטייט אלץ א מאדעל צו פארזיכערן צוטריט צום געריכט, אריינגערעכנט געריכטליכע פראגראמען און סערוויסעס, פאר אלע מענטשן, נישט קוקנדיג אויף זייער קענטשאפט פון ענגליש, און צייכנט אן די אקציעס וואס נייטיגן זיך כדי אוועקצונעמען די פארשטעלעכצער פאר געריכט נוצערס מיט באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש.

לויט די MOU און פובליק איינגעבנס און דעקלעראציעס:

אין יאנואר 2023, האט דער אפיס איבערגעקוקט א קאמפלעינט וואס טענה'ט אז מענטשן מיט באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש ("LEP") קענען זיך נישט אינגאנצן באטייליגן אין דער ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט ווייל דער געריכט האט נישט צוגעשטעלט קײן איבעזעץ און אויסטייטש סערוויסעס.  באלד דערנאך, האט OCA זיך ארייגעמישט אין דעם צוטריט צו די שפראך פראצעדורן פאר דער ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט און סוף כל סוף האט איבערגענומען די פאראנטווארליכקייט פארן געריכט אין מארץ 2024.  דער אפיס, בשותפות מיט דער בירגעררעכט דיוויזיע, האט געארבעט מיט דער OCA און די ראקלענד קאונטי דיסטריקט אדוואקאטס אפיס, וואס האט אנגעפירט דעם דראג באהאנדלוג געריכט פאר מארץ 2024, צו אידענטיפיצרן נייטיגע רעפארמען צו פארזיכערן אז אלע LEP מענטשן וואס קוואליפיצירן זיך צו באטייליגן אין דעם דראג באהאנדלונג געריכט זאלן האבן באדײטפולע צוטריט צו שפראכן.  

בשעת'ן איבערקוקן דעם ענין, האט דער ראקלענד קאונטי דיסטריקט אדוואקאטס אפיס און OCA אנגענומען עטליכע פירמאטיווע טריט צו צושטעלן באדײטפולע צוטריט פאר געריכט באטייליגערס מיט LEP, ארײנגערעכנט זיך אונטערנעמען צו צושטעלן אויסטייטש סערוויסעס פאר אלע געריכט פראצעדורן, זיך פארבונדן מיט ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט פאראינטערעסירטע צדדים, און אידנטיפיצירן א לאקאלע היילונג פראוויידער צו צושטעלן גערוכט-באפוילענע היילוג סערוויסעס אין שפאניש.

לויטן MOU, וועט די OCA אננעמען נאך שריט צו פארזיכערן באדײטפולע צוטריט פאר LEP באטייליגערס אין דער ראקלענד קאונטי דראג באהאנדלונג געריכט.  די שריט זענען כולל איבערזעצן אלע דאקומענטן צו שפאניש, קרעאל, און אידיש, און נאך אנדערע שפראכן אויב פארלאנגט, מפרסם זיין די דראג באהאנדלונג געריכט פראגראם אין די צוגעגעבענע שפראכן, און פארזיכערן היילונג פרוויידערס וואס וועלן אנבאטן געריכט-באפוילענע דראג היילונג פראגראמען אויף אן אופן וואס שטעלט צו באדײטפולע צוטריט צו מענטשן מיט LEP, אומזיסט צו באטייליגערס.  

אינפארמאציע וועגן טיטל VI און באגרענעצטע קענטשאפט פון ענגליש איז דא צו באקומען אויף www.lep.gov.  מיטגלידער פון דער פובליק קענען באריכטעווען מעגליכע בירגעררעכט פארברעכנס אין דער דרום דיסטריקט פון ניו יארק אויף https://www.justice.gov/usao-sdny/civil-rights אדער מיט דער דעפארטמענט פון יוסטיץ'ס בירגעררעכט דיוויזיע אויף www.civilrights.justice.gov/report/.

*                *                *

Mr. Williams האט באדאנקט די בירגעררעכט דיוויזיע, פעדעראלע קאארדינאציע און אויספיר אפטייל, פאר זייער מיטארבעטן צו לייזן דעם ענין. 

דער קעיס ווערט באהאנדלט דורך דער אפיס פון בירגעררעכט טייל אין דער ציווילע דיוויזיע.  אסיסטאנט US אדוואקאט Christine S. Poscablo איז דער ממונה אויף דער קעיס.

Contact

Nicholas Biase, Lauren Scarff, Shelby Wratchford
(212) 637-2600

Updated June 11, 2024

Topic
Civil Rights
Press Release Number: 24-211